דיבורים פועלים ודיבורים בטלים

תוכן עניינים

מיר דא זענען עוסק אין די פעולה פון דיבורים, שמועסען שרייבען און וויכוחים. מען דארף אבער אלעמאל קלאר וויסען וועלכע סארט ווערטער מען רעדט. עס זענען ביסוד פארהאן צוויי סארט דיבורים. איינס איז דעסקריפטיב. איך פארצייל א מעשה וואס איז געשעהן. און דער צווייטער פרעסקריפטיב. איך זאג דיר וואס צו טוהן. ווען מען וויל גיין טיפער פון רעדן צו טראכטען, כלומר אן אידיאלאגישער שמועס ווי מען רעדט אידיאלאגישע נושאים, קען מען מער טיפער מבחין זיין. איך קען טראכטען באופן תיאורי, וואס שפיר איך וואס מיין איך און זיכען ווערטער און טענות דאס גוט ארויסברענגען. און איך קען טראכטען באופן וואס די מחשבה האט באמת א כח, ווען איך טראכט וואס זאל איך מיינען און טראכטען. דאס איז אויך ענליך צו די מעטא פון טראכטן. אנשטאט טראכטען וואס איך טראכט, טראכט איך וואס איך זאל טראכטען.

רוב דיבורים און אידיאלגישע דעבאטעס שפילען ווי כאילו זיי זענען פרעסקריפטיב, כאילו אז די ווערטער מאכען דא די זאך, ווען איינער טענה’ט פאר א געוויסער שיטה אז עס דארף שולט זיין, מאכט ער עס על פי רוב אויסזעהן ווי די געדאנק איז טאקע דאס וואס ער איז דא משליט. בשעת וואס לאמיתו של דבר איז פארקערט, די שלטון פון דער אידיאלגיע מאכט עם טראכטען דער געדאנק.

מענטשען וואס זענען מוכשר אין עולם המחשבה, זעהן אסאך מאל דער כוח פון דיבור ומחשבה. ער קען גוט משכנע זיין דער שיטה אדער געדאנק וואס ער האלט, און קלערט אז מיט דער כוח קען ער טאקע איינפלוסען מענטשען אז זיי זאלן טוהן אזויווי דעם. ער פארגעסט אבער אז על פי רוב איז די געדאנק א תולדה פון כוח און נישט פארקערט. וויבאלד אז דער געדאנק זאל טאקע האבען דער כוח דארפן די משתתפים זיין אין גאר א ספיציעלער פאזיציע פון זיך לאזן טראכטען וואס צו טראכטען. דאס איז זייער שווער און שרעקעדיג פאר רוב מענטשען. אפילו פאר דער משכנע זעלבסט. וויבאלד צו עפענען אזא סארט שמועס דארף ער דאך אליינס זיין אין א מצב פון נישט וויסען בעצם וואס ער האלט או טראכטען וואס צו האלטן. קען דאך זיין אז סוף שמועס וועט ער האלטן פארקערט פון וואס ער איז געקומען משכנע זיין.