כל המרבה לספר – די ארט פון דראמאטאזירען סיפור יציאת מצרים

תוכן עניינים

(פורסם במגזין פה-סח שעל ידי קאווע שטיבל)

“דערצייל מיר א מעשה” , א אוניבערסאלער בקשה וואס עלטען הערן פון זייערע קינדער , וואס מלמדים הערן פון די תלמידים, וואס עלטערע  מענטשען בעטן איינער פון צווייטער, נישט ממש אויף דער נוסח אבער אין פארם פון גיין אין בוך געשעפט אדער לייברערי און אויפזוכען א גוטער ביכל מיט א גוטע מעשה.

א מעשה האט א לעבן וואס גייט ווייטער ווי די מעשה וואס זי דערציילט. צו דערציילן א מעשה איז נישט איבערצוגעבן די פאקטן פון וואס האט פאסירט, נאר איבערצוגעבן דער סיפר וואס האט פאסירט, עס צו מאכען לעבן פון פריש אין די ווערטער פון דער בעל מספר. יעדער איינער פון אונז ווייסט די חילוק פון א גוטער בעל מספר ביז א שוואכערע, די מעלה פון דער גוטער איז לאו דווקא דער יכולת איבערצוגעבן באופן מדוייק וואס אייגענטליך האט פאסירט, פארקערט גאר, דער וואס חזר’ט איין יעדער דעטאל טרוקן פונקט וואס איז געווען וועט זיין מעשה זיין לאנגווייליג. דער גוטער בעל מספר ווייסט צוצולייגען דעטאלן, אראפצונעמען דעטאלן, אבער ווען ער דערציילט פילט מען ווי מען איז דארט, די געשיכטע לעבט אין זיין דערציילונג.

דער אידישער מסורת, ווי אלע ווייסען, איז געבויט אויף א סיפור. די מעשה וואס מען דערציילט דורכאויס די דורות פון יציאת מצרים, פון מתן תורה, פון די גאנצע געשיכטע פון כלל ישראל מאז היותו לגוי ועד היום. וואלט געווען א טעות טאמער מיינט איינער אז דער מעלה פון דער סיפור איז אז זי איז פונקט קראנט ווי זי איז פארגעקומען, מיט יעדער טרוקענער דעטאל יעדער נאמען יעדער דאטום ריכטיג. אזוינע היסטאריעס זענען דא פיל, און נאך בעסער פארשריבען פונקטליך מיט אלע דעטאלן. דער מעלה פון דער אידישער געשיכטע איז אז זי איז געבויט אויף דער גוטע סארט בעל מספר. דער וואס ווען ער גיט איבער די מעשה לעבט די מעשה טאקע דעמאלטס. עס איז נישט א מעשה וואס שפיגלט נאר איבער וואס איז אמאל געשעהן. נאר עס שפילט זיך יעצט אפ פון פריש לעבעדיג לויט דער כשרון און יכולת פון דער מספר און זיינע צוהערער.

ווייסט יעדער גוטער בעל מספר, אז די ווערטער זענען נאר איין טייל פון דער סיפור. אויף צו מאכען די מעשה לעבעדיג פאדערט זיך פראפס, עס פאדערט זיך שפילען פעהיגקייטן, דראמא, אלעס וואס איז נכלל בשם הכולל טעאטער, וואס איז דער מלאכה פון מאכען א מעשה קומען צו’ם לעבן, צו קענען עושה רושם זיין ביי די צוקוקער און צוזעהער, און זיי ממש אריינטאנספארטען אין די מצב פון די מעשה, אז זיי זאלן פארגעסן די פאקטישע מצב ווי זיי זענען און אריינגיין אין די אטמאספערע פון די מעשה. א גוטער דראמאטיסט ווייסט צו מאכען זיין ציבור וויינען ווען דער מעשה איז טרויעריג און לאכען ווען די מעשה ווערט פריילאך, הגם אז בשכלם ווייסען זיי אז די גאנצע מעשה מוז נישט האבען געשעהן, און איז הפנים נישט נוגע יעצט, לייגט דאס זיי אריין אין א מצב ווי כאילו דער חולה גייט ממש עכט שטארבען, און דער הירו איז עכט מנצח. אין די וועלט איז אנגענומען אז די תפקיד פון א גוטער דראמאטיסט איז אז ער דארף אריינברענגען דער עולם אין א suspension of disbelief דאס הייסט אז די מעשה איז אזוי גוט געמאכט אז מען לאזט אפ א מינוט די ראציאנאלער באהאנדלונג צו איז דאס אמת אדער גשעהט דאס ממש און מען שטעלט זיך פאר כאילו דער שפיל איז ממש עכט.

ווען די תורה האט אוועקגעשטעלט וויאזוי עס זאל צוגיין דאס איבערגעבן די מסורה און די מעשה פון יציאת מצרים, האט זי דאס מסדר געווען מיט אלע פיטשיווקעס פון טעאטער און דראמא. דער סדר פון ליל פסח איז די שואו ווי מען דראמאטאזירט די מעשה פון יציאת מצרים. ווייט נישט קיין טריקענע מסירה פון פאקטן, לייגן חז”ל אראפ אלע פרטים פון דער וועג וויאזוי מען שפילט די שפיל. טוהט מען זיך מיט שיינע קליידער, מען לאנט זיך אן אויף א בעט כדרך בני חורין, מען טרינקט וויין וואס איז מגביר די כוח הדמיון מען זאל זיך פארשטעלן ווי מען גייט ממש ארויס פון מצרים, און מען רי-ענעקט די יציאת מצרים. ווי די משנה שטעלט אוועק וכאן הבן שואל מה נשתנה. ווי יעדער גוטער דראמאטיסט ווייסט, א שפיל דארף האבען דיאלוג, א שאלה א תשובה א שמועס. סתם א דרשה א מונולאג איז נישט אינטרעסאנט. די קשיות און תירוצים זענען נישט ראציאנאל אז מען דארף א תירוץ אויף די שאלה, ווי יעדער פרעגט, געדענקט דען דער קינד נישט פון פאראיאר, האט ער דען נישט געלערנט אין חדר די תשובה. נאר דאס איז אלץ צו דראמאטאזירען און אריינברענגן דער עולם אין דער מצב.  טאמער איינער שפילט דאס גוט, איז די שינויים וואס מן מאכט כדי שישאלו התינוקות, די קשיות די תירוצים, ברענגט אריין ממש מען זאל זיך וואונדערען וואס אזי טאקע פשט, מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות. דער הארץ שפילט מיט און פרעגט און ענטפערט, הגם אז אין מח ווייסט ער בעצם די תירוץ.

זאגט די הגדה, ואפילו כולנו חכמים כולנו נבונים מצווה עלינו לספר ביציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. אפילו דו ווייסט שוין די מעשה, דו ווייסט אלעס, איז די מצווה דאס איבערדערציילען, איבערצולעבן דער יציאת מצרים. און וויפיל איינער קען בעסער דערציילען, מער דראמאטאזירען, מער זיך פארשטעלן מיט פרטים וויאזוי די מעשה גייט, איז אלץ בעסער. אן דעם איז דאך דער מרבה לספר ממש נישט מובן, וואס איז דען שייך צוצולייגען צו די מעשה, וואס איז געווען איז געווען, אבער טאמעק פארשטייט מען אז דא רעדט מען פון דער אופן, איז פשוט אז ווי א בעסער בעל מספר, ווי איינער לייגט צו מער פרטים, ער דמיונ’ט מער ווי די מכות האבן אויסגעזעהן ווי די פרעה לויפט ארום מיט פידזשאמאס וועלכע קאליר פידזשאמאס האט ער געהאט וכו’ וכו’, הרי זה משובח. הגם אוודאי ער ווייסט נשט אויב די מעשה איז טאקע אזוי געווען, איז דאס דער חיוב מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים. און דער הגדה דעמאנסטרירט דאס מיט א מעשה (!) ווי די חכמים זענען געזעצן א גאנצע נאכט און דערציילט נייע זאכען וועגן יציאת מצרים. א חלק פון די זאכען וואס זיי האבען דערציילט איז מסתמא די מדרשים און אגדות פון חז”ל, וואס זענען די וועגן ווייאזוי זיי האבעןז ך פארגעשטעלט און פארגעלייגט די מעשה.

בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, דאס איז א ציווי וואס נאר דער הארץ וואס הערט דראמא קען פארשטיין, אדער ווי דער רבמם איז בפירוש גורס, להראות את עצמו, צו שפילען דער שפיל כאילו הוא יצא ממצרים. און די משנה גיט כללים וויאזוי מאכט מען א גוטע מעשה. מתחיל בגנות ומסיים בשבח, מיט א גוטע דיאלוג, מיט פארשידענע פראפס, מצה זו, מרור זו, בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, מען ווייזט מיט’ן פינגער, מען בויט אויף די סוספענס, מתחלה עובדי עבודה זרה היו, מען דערציילט די גאנצע מעשה, ביז מען קומט צום קלימאקס, ונאמר לפניו שירה חדשה הללויה.