וואס איך האב צו זאגען

געווענטליך געשעהט אזוי, איך מאך אויף קאווע שטיבל אויף מיין קאמפיאטער אדער טעלעפאון, קוק ארום אין די פארשידענע אשכולות אין די "אקטיווע אשכולות" טעב, קוק ארום אויב עפעס א קעפל כאפט מיר די אויג, ליין עס, און ווארף אריין מיינע פאר צענט אויב די נושא אינטרעסירט מיר און איך האב וואס צו זאגען. למעשה קען מען טענה'ן אז דאס איז א זייער נישט אפעקטיווער וועג פון שפילען דער שפיל, ווייל דאס באגרעניצט מיר צו די נושאים און נקודות וואס אנדערע האבען דא אריינגעלייגט. ווידער טאמער האב איך וואס צו זאגען סתם אזוי וואס זאל איך טוהן, מאכען אן אשכול וועגן דעם פאדערט שוין ארבעט געבן די גאנצע בעקגראונד און אלעס ארום אז מען זאל וויסען אויף וואס איך רעד און דאס בין איך שוין פויל. האב איך מחליט געווען בעקבות פארשידענע אנדערע דא אז איך וועל זיך מאכען אן אשכול מיוחד צו מיינע חידושים און געדאנקען דא, ווי איך וועל קענען אריינווארפען זאכען אפילו אז עס האט נישט קיין קאנטעקסט וואס א צווייטער האט געמאכט. וזה החלי.


כדרכי, אז איך האב אנגעהויבען מיט אזא הקדמה, הייב איך שוין אן צו טראכטען וועגן דער הקדמה אליינס. אסאך מאל אפילו אז איך שרייב נאר דער דאטום פון ווי איך הייב אן א בריעף מיט אזא פתיחה לכבוד ידידי רעב סאו ענד סאו, פאנגט מיר שוין אן די מוח צו טראכטען וואס איז דאס דער ענין פון דער דאטום און פארוואס שרייבט מען די דאטום אנהייב בריעף און וואס איז דאס לכבוד און מיהו זה מלך הכבוד.
יעצט, צו רעדן טאקע פון דעם אליינס, וואס איז דאס דער תכונה וואס אנשטאטס טראכטען אויף די תכלית לכאורה פון וואס דער שמועס רעדט הייבט ער אן צו טראכטען פון דער שמועס אליינס און פון דעם אליינס. אויף א מער פילאזאפישע שפראך קען מען דאס רופען טראכטען די די מעטא פון יעדער זאך. די ווארט מעטא קומט פון די גריכיש ווארט וואס מיינט פשוט נאכדעם, וויבאלד דער מסדר פון כתבי אריסטו האט זיי מסדר געווען אין א סדר פון לערנען ווי קלאסען וואס מען לערנט מן הקל אל הכבד פון די הקדמות און אזוי ארויפבויען ווייטער, האט ער געמאכט א בוך פיזיק, און דערנאך מעטא-פיזיק, וואס מען דארף צו לערנען נאכדעם וואס מען האט ארויס די פיזיקס. שפעטער איז דער מעטא-פיזיקס געווארען אזא שם כולל אויך טראכטען א לעוועל טיפער און ברייטער, אזויווי דער יחס פון פיזיקס ביז מעטאפיזיקס. בשעת וואס פיזיקס איז זיך עוסק אין די תכלית, מסביר זיי די נאטור, גייט מעטאפיזיקס א לעוול שפעטער, אדער בעצם פריער, ווי אריסטו האט דאס גערופען די ערשטע פרינציפאלען, און האט פראבירט מסביר זיין וואס איז דאס א הסבר, און וואס מאכט אז די הסברים אויף די נאטור זאלן ארבעטן. איך מאך א הפסק בין ההודעות ליתן ריווח להתבונן.


צוריק צו ווי איך האב אנגעפאנגען, לאור דעם הייבט מען אן חוקר זיין וואס איז טאקע קודם צו וואס, פון איין זייט קוקט דער וואס טוהט וואס די וועלט רופט "תכלית" אויף דער וואס טראכט און מאכט טעאריעס וועגן דער זאך וואס ער מאכט אלץ א בטלן א ליידיגער און א פאראזיט וואס מאכט נישט קיין שום אריגענעלער קאנטריביאשין צו דער שמועס נאר קומט אלץ לאחר המעשה מסביר זיין פארוואס און וויאזוי די מעשה איז געשעהן. דו חכם זאגט ער, ווען איך האב געבויט דער בנין האב איך עס נישט געבויט וועגן דיינע טעאריעס, נאר ווייל איך האב געזוכט ווי צו וואוינען, וואס העלפען מיר דיינע טעאריעס, בסך הכל זענען זיי מסביר וויאזוי מיין הויז שטייט און פאלט נישט איין, און דו רעדסט זיך נאך איין אז דיינע תורות זענען וויכטיגער ווייל ווען נישט די מעטא-חוקים פון ענדזשינירינק און מעכאניק וואלט מיין הויז איינגעפאלען, אבער פון תורות בויט זיך גארנישט נאר פון האלץ ליים און ציגל.

פון די זעלבע סארט איז די טענה איבער דער ארטיסט אדער קריטיק. שטייט דער ארטיסט און מאכט בילדער אדער שרייבט שירים און מעשיות וועגן א שיינע שטאט, ני מי נתלה במי דער פויער אין דער ארטיסט אדער דער ארטיסט אין דער פויער. ווען נישט דער פויער וואלט דאך דער ארטיסט נישט געהאט וואס צו מאלען, איז דאך דער פויער וויכטיגער. מאידך, נאר בלייבט נאר און ארטיסט בלייבט ארטיסט. דער פויער קען פארקויפען זיין הייזקע מיט די פערד און ווייב ביי די זייט פאר פופציג דאלער, און דער בילד וואס ער האט געמאלען פארקויפט זיך פאר פופציג טויזנט דאלער.


עס איז די הלכה ביי ניחום אבלים אז מען דארף לאזן דער אבל פותח זיין דער שמועס, דאס פירט אפט צו אן אומאנגענעמנע סיטואציע ווען דער אבל איז אויסגעלאפען פון מעשיות צו פארציילען פון די מאמע און וואסארא גוטע קוגל זי פלעגט מאכען און ער זוכט א היתר להלכה אז מאכען א ברכה אויף די קוגל איז אויך א פתיחה און זאל דער מנחם טרעפן עפעס א נייע פאליטיק וואס צו אנהייבען דער שמועס.

אן ענליכע ערשיינונג, טאקע נישט קיין הלכה, מאכט זיך אפט אין סאציאלע געלעגנהייטען ווי מען זוכט אן אייזברעכער זאל אנהייבען פון ערגעץ די שמועס.

דאס איז נאך א משל אז מען דארף עפעס אויף וואס א שמועס זאל חל זיין. די זעלבע אפילו פילאספער ווען זיי הייבען אן רעדן א שיעור וועגן די מהות פון ריאליטעיט פאנגען זיי אלץ אן מיט א משל. נאר וויבאלד פילאספער זענען געווענטליך אזוינע בארינג ליטוואקעס רעדן זיי געווענטליך וועגן דער טיש אדער בענקל ביי וואס זיי זיצען. אדער אפשר טאקע וויבאלד זיי זענען פילאסאפער און ווען זיי זעצען זיך אוועק ביי א טיש נעמט ער זיך יעדעס מאל מעיין זיין אויב דער טיש עקזעסטירט טאקע אדער אפשר האט עם עפעס א סייענטיסט שוין צוגעכאפט זיין בענקל.

ביי די חסידישע רביס איז געווען איינגעפירט (ביז אזוינע ווי ר מרדכי דוד אונגאר ליידער ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם אנגעהייבן זאגען סתם שיעורים) אז עס איז נישטא אזא זאך מען שטעלט זיך זאגען א דרשה, ווי כאילו סתם אין די וועלט אריין א טעאריע. נאר מען וואשט זיך צו א סעודה, וואשט אויס די מויל מיט בראנפען, און ארום דעם האט מען פון וואו צו רעדן.


אמת'ן אריין אבער, און דא קום איך שוין צו צו פארענדיגען די פוינט וואס איך האב געוואלט מאכען פון אנהייב, איז דער וואס איז קאנשיס פון די אלע התחלות און פתיחת הארון'ס און פרעימס פון ווי מען הייבט עפעס אן, אסאך מער פאן און אסאך מער קריעיטיוו פון דער וואס מאכט זיכער אלץ אז דער שמועס פארט אויף ראציאנאלע רעלסן כאילו צו'ם תכלית, אראפ צו ביזנעס (פארוואס גייט מען אלעמאל דאון צי ביזנעס, זעהט אויס דאס איז א ירידה, ארויפציען א שמועס איז צו רעדן פון וועטער, עס אראפציען איז צו רעדן תכלית). איך וועל דאס ווייזען אין פארשידענע משלים.

יעדער איינער פון אונז האט הנאה פון א קינסטליש געשריבען שטיקל פאעזיע אדער סתם גוטע שרייבעריי. די גאנצע חילוק פון א געשמאקע ליטעראטרע ווערק ביז א בארינג סייענטיפישע ארטיקל, איז אז דער ארטיסט איז קאנשיס פון די מעטא קאנטעקסט. ביידע קענען זאגען פונקט די זעלבע תוכן. אבער בשעת דער חצי-אוטיסטיש חצי-אפסערגער סייענטיסט איז נאר פארנומען אז די תכלית זאל שטומען, און וואס גייט עם אן אז די כלי די שפראך וואס ער שרייבט אין זאל זיין שיין, מצדו זאל מען אלץ שרייבען אין אן אויסגעטראכטער פארמאלער שפראך אבי אלץ שטימט פונקטליך. פארשטייט אבער דער ארטיסט שרייבער אז די ווערטער זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די תוכן. טאקע מהאי טעמא ווייל אן שפראך הייבט זיך אוודאי נישט אן קיין שום שמועס. און קונסטליך נוצען שפראך איז טאקע ווען מען איז מקשר די ווערטער און די מעסעדזש זייערע.

דאס איז אויך די חילוק פונעם ארטיסט ביזען פויער. דער פויער באמערקט בכלל נישט ווי שיין זיין האלב איינגעזונקענע הייזקע און האלב בארוועזע פרוי זענען קעגן די ביימער און די זון נאכמיטאג. ביי עם זענען זיי ביידע פשוט א היכי תימצי צו שלאפען. דער ארטיסט באמערקט אבער דער מעטא- קאנטעקסט, וואס איז הערליך נעים לעין אז מען באטראכט דאס, און אז ער מאכט א גוטע בילד גיט ער אריבער אין דעם די קאנטעקסט אפילו אן די טירחא פון די פארשינקענע הייזקע מיט די פערד, פארקויפט זיך עס טאקע פאר זיין פארדינטע ווערט וואס דער פויער האט נישט קיין שכל הנאה האבען דערפון.


דאס איז אזא תכונה וואס ברענגט אויך צו אסאך קריטיק. אנדערע, דהיינו מענטשען וואס זענען סטאק לעבנדיג אין די סארט קאנטעקסט וואס אנדערע האבען געמאכט פאר זיי, ווערן זייער נערוועז ווען דער אויבער חכם שבחבורה פרעגט אויף יעדער זאך מהיכי תיתי, וואס דארף ער זיך דינגען אויף יעדער זאך. אפטמאל קומט דאס אויך צו מאראלישע כעס, דער מחוצף ער וואגט זיך צו דינגען אויף וואס ביי אונז איז שוין לאנג ידוע איז טוב אדער רע.

דער עיקר חילוק אבער פון די תמימים און דער קריטיקירער, איז אז ביי דער קריטיק איז אסאך ברייטער די נושא ארום וואס ער איז גרייט צו שמועסען אדער טראכטען. בשעת וואס די 'נארמאלע' מענטשען קענען אלץ שמועסען זייער שיין אין א געוויסער שפראך אדער קאנטעקסט פון הנחות וואס זיי רירען נישט צו, קומט דער קריטיק און איז קאנשיס פון די שפראך אליינס, ווער זאגט דען אז מען דארף רעדן די שפראך, מען קען דאך רעדן אנדערש אויך.

דאס איז די עומק הסיבה פארוואס די עיקר וויכוחים למשל וואס קאווע שטיבל שלאגט מען זיך קעגן געוויסע נושאים, אדער רוב פאליטישע און רעליגיעזע שמועסען, קומט קיינמאל גארנישט ארויס. וויבאלד א שמועס צווישען צוויי מענטשען דארף קודם זיין אז זיי זאלן רעדן איין שפראך. אסאך מאל מיינען די צדדים זיי רעדן א שפראך אבער למעשה רעדן זיי אנדערש. על פי רוב באזעצן זיך די זאכען ביי מענטשען אין א פלאץ וואס איז דער מעטא-פונדאמענט און נישט דער עצם שמועס. ער שמועס מיט דיר זיין פאליטיק נישט אלץ שמועס וואס עפענט טאקע די שאלות פון די פאליטיק, נאר דער פאליטיק דאס איז דער שפראך, יעצט בלייבט נאר אדער דיר צו משכנע זיין אדער מוחה זיין. ווען מ'זאל כאפן די נקודה פארמיידט מען אסאך עגמת נפש און איבעריגע דעבאטעס וואס ברענגען צו גארנישט.


גיבורים ביד חלשים

איבער געשרייען פון געווער
באמבעס אן אויפהער,
האב איך געהאלטן אין האנט,
א שטיקל ניגון.

געזינגען אן א מייק,
ווערטער אזוי שטיל,
אז די אפאטישע האבען געהערט.

האב איך געוואלט וויינען הויך,
מיין שופר האט זיך אבער פארברענט,
אינעם גרויסן פייער וואס די קלוגע האבן נישט געקענט פארזען.
געזוכט א פעדער צו שרייבן א בריוו,
עס אז אבער געווען צו שפעט.
געבליבן בין איך מיט מיינע צוויי הענט,
און אן אטעם צווישן זיי.

אחד איינער האט גע'דרשנ'ט דברי חיזוק,
אדער אפשר שיחת התחזקות.
איך געדענק שוין נישט,
איך בין אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט.
עס איז שוין בעסער דברי חלומות,
ווי עס ליגן נעבעך די שוואכע דורות,
בעסער זיין פריי ווי פרייליך, שוואך, נע, שבח.

און ווען די מוזיק איז שטיל געווארן,
האט מען געהערט ברימען מע
קען מען דען האבן אזויפיל קינדער,
און נישט ליב האבן איינס מער.
עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל,
אפילו א טויבער קען דאס זען
ווי עס דרייט זיך אין ראד,
און מיר אינאיינעם בלייבן גלייך לנצח.

(ואמר רבינו, שבזה השיר מרומזים כל כוונות חנוכה, מי יתן ונזכה להשיג אפס קצהו.)

בית יוסף'ס קשיא

עס איז א מנהג ביי אלע אידען צו רעדן יעדעס יאר וועגן דער באוואוסטער קשיא וואס איז באקאנט געמאכט געווארען דורך דער בית יוסף, הגם היינט וואס מען האט געדרוקט פילע ראשונים ווייסט מען שוין אז מען האט שוין די קשיא געפרעגט פריער, דער תוספות הרא"ש און דער מאירי, עכ"פ לקיים מנהג ישראל וויל איך מאכען וועגן דעם א שטיקל שמועס דא, קאן זיין מ'האט דאס שוין געשמועסט אמאל איך האב נישט צופיל געזוכט, עכ"פ לא נשנה אלא משום דבר שהתחדש בו. און יא, איך מיין עס איז נאך דא מחדש זיין ומדייק זיין..

דער קשיא לכאורה קוקט מען אן ווי אזא פשוט'ע קשיא עס איז א פלא אז מען זאל דארפען אנקומען צו די פארשידענע אוקימתות וויאזוי עס צו פארענטפערן, עס איז לכאורה ממש א מאטעמעטישער רעטעניש, וואס איז שייך א יום טוב אויף אכט טעג אויב איז געווען גענוג אויל אויף איין טאג קומט דאך אויס דער נס איז זיבן טעג נישט אכט. עס האט א פנים ווי דער קשיא בלייבט על פי רוב בעסער ווי דער תירוץ, וואס פאר דעם טאקע זוכט מען יעדעס יאר נייע תירוצים ווייל די פון לעצטע יאר זענען א דוחק.. איז דארף דאס א הסבר. און ווי קען זיין אז אזא פשוט'ע יסודישער זאך האט קיינער פאר די מפרשים מסביר געווען וואס דאס מיינט.

אבער טאמער טראכט מען בעסער אריין, פאנגט מען אן צו זעהן אז נישט נאר די קשיא איז בעסער ווי דער תירוץ, נאר על פי עומק הפשט הייבט זיך דער קשיא גאר נישט אן. אויף דאס מסביר זיין לאמיר צונעמען די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.

דער קשיא באציט זיך אויף די לשון הברייתא המובא בגמרא, "ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה". דאס הייסט דער ברייתא פארציילט די מעשה, אז בשעת דער נצחון אויף די יוונים האט מען נאר געטראפן איין פך שמן וואס איז געווען גענוג נאר אויף איין טאג, און נעשה נס עס האט געברענט אכט טעג, לשנה אחרת קבעום.

די הנחה פון דער קשיא איז, אז דאס וואס מען האט קובע געווען חנוכה אכט טעג איז לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג. מערקט אבער אן אז דאס שטייט בכלל נישט אין די ברייתא. דער ברייתא פארציילט די מעשה און דערנאך ענדיגט זי צו לשנה אחרת קבעום וכו'. דער קשר פון דער מספר אכט, אז די אכט טעג פון דער נס זאל זיין די סיבה פון די אכט טעג חנוכה שטייט נישט דארט. און לעולם וואלט דאך געקענט זיין לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג, מאכט מען איין טאג יום טוב, אדער צען טעג, דאס אז דער מספר אכט איז לסיבת די אכט טעג פון דער נס שטייט בכלל נישט אין די גמרא. וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס איז חנוכה אכט טעג? קען מען אויף דעם עקסטער זוכן טעמים, און פארוואס איז פסח זיבן טעג? און פארוואס איז סוכות אכט טעג? איז דען דא עפעס פסח דווקא א נס וואס איז געווען זיבן טעג? ניין, נאר אזוי איז דער מהלך אז אמאל מאכט מען א יום טוב פון עטליכע טעג, קען דאך פונקט אזוי זיין אז חנוכה איז א יום טוב פון אכט טעג לזכר דער נס, און אפשר איז דא אויף דעם טעמים אויך, אבער עס איז נישט תלוי אז דער נס זאל האבען געווען אכט טעג (1).

יעצט נאך מער, לאמיר שוין אננעמען אז טאקע די סיבה פארוואס חנוכה איז פונקט אכט טעג און נישט זעקס אדער צען איז לזכר דעם וואס דער מנורה האט געברענט אכט טעג. הגם אז דאס שטייט נישט אין די ברייתא, איז עס דאך א גוטע סברא. דארף מען אבער צונעמען וואס דאס מיינט בכלל. וויאזוי ארבעט דאס אז מען זאגט אז די סיבה פון א געוויסער מצווה אדער יום טוב איז א געוויסער זאך וואס איז געשעהן. אז איך זאג די סיבה פון א געוויסער מנהג אדער מצווה איז א געוויסער מעשה, פארשטייט יעדער איינער אז דער ווארט סיבה איז דא אנדערש ווי ווען מנוצט דער ווארט למשל צו זאגען אז דער סיבה פארוואס מען פאלט ווען מ'טאנצט איז וועגן די כח הגראוויטי. א סיבה במובן פון גראוויטי איז פשט אז דאס איז דער גורם פון דעם דירעקט. משא"כ א סיבה ווי א טעמי המצוות והמנהגים מיינט נישט דאס איז דירעקט דער גורם, נאר אז דער מעשה איז א סימבאל און א רמז און א זכר צו דער זאך וואס עס טוהט מסמל זיין. קלארער געמאכט, דער קשר פון די מספר אכט טעג חנוכה מיט די אכט טעג פון נס איז נישט קיין קשר סיבתי, נאר א קשר סמלי, דאס סימבאליזירט דאס, נישט עס איז דירעקט א תוצאה פון דאס.

יעצט, וואלט די אכט טעג געווען א דירעקטע תוצאה, ווי כאילו יעדער נאכט וואס עס איז געווען א נס איז גורם אויף אזא מין מעכאנישער אופן אז עס זאל זיין א טאג יום טוב, וואלסטו געהאט א גוטע קשיא, פון ווי קומט דער ערשטער טאג יום טוב, עס איז דאך דעמאלטס לכאורה נישט געווען קיין נס. אבער עס איז דאך א זכר, א סימבאל. איז דארף מען טראכטן אינגאנצן אנדערש, וויאזוי איז די בעסטע וועג צו מאכען א זכר אויף א נס וואס האט גורם געווען אז דער לעכט פון איין טאג זאל ברענען אכט טעג, איז דער לאגיק פון סימבאל איז אז אויב דער נס האט גורם געווען עס זאל ברענען אכט טעג, אז דער זכר דערצו זאל זיין אכט טעג. דאס איז נישט קיין סייענס ווי מען מאכט חשבונות וועלכער טאג איז טאקע געווען דער נס, נאר אן איינדרוק וואס דער מענטש האט וואספארא פלא עס איז עס האט געברענט אכט טעג, און דער פלא איז זיך מתחבר מיט די נומער אכט נישט מיט די חשבון וויפיל טעג איז געווען טאקע א נס.

אויב איז דאס נישט גענוג מוסבר קען מען געבן א משל מעניני דיומא. ביי די לעצטיגע פראטעסטען וועגן דעם וואס דער ניו יארקער פאליציי האט געהרג'ט דער עריק גארנער, האבען פארשידענע געמאכט פעולות אין דער מספר פון עלעף, אנטקעגן די עלעף מאל וואס ער האט געשריגען "איך קען נישט אטעמען" בשעת דער פאליציי מאן האט עם דערווארגען. יעצט וועט קומען א חכם פרעגן א קשיא, ווען נאך די צענטע מאל וואלט דער פאליציי עם אפגעלאזט, וועלט ער לכאורה נישט געשטארבען, איז וואס מאכט מען א זכר צו די עלעף, מען וואלט נאר געדארפט מאכען א זכר צו איינס, ווייל נישט פון די עלף איז ער געשטארבען נאר פון איינס. פארשטייט יעדער איינער אז דאס איז א קלאץ קשיא, ווייל דאס איז א סימבאל נישט א סיענטיפישער חשבון פון וואס ער איז געשטארבן. די זעלבע מוז מען פארשטיין ביי יעדער סימבאלישער מהלך, וואס אלע טעמי המצוות זענען סימבאלישע סיבות נישט לאגישע אדער סייענטיפישע סיבות, אז ארייינקריכען אין די סארט קשיות ווייזט נאר אז מען האט נישט ארויס וויאזוי די סארט טעמים ארבעטן בכלל.

(1) א ראיה אויף דעם איז אז אין די מקורות וואס זענען דא פון פאר די גמרא ווערט נישט דערמאנט בכלל די נס פך השמן, און דאך האט מען געמאכט חנוכה אכט טעג, איז פון דעם מוכרח אז די אכט טעג פון נס איז נישט די טעם פון די אכט טעג חנוכה.

וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

ראסיזם איז א ווארט וואס אין די לעצטערע יארען האט זיך קונה געווען גאר א שלעכטער נאמען, עס איז גענוג צוצוקלעבן דער ווארט ראסיסט צו סיי וועלכער זאך אז דאס זאל זיין ווי אן ענדגילטיגער באשלוס ווי שלעכט דער זאך איז. מנגד פארטיידיגען זיך פארשידענע פון אזעלכע טענות דורך כלערליי הגדרות און הבנות פארוואס דאס איז נישט קיין ראסיזם און עס איז מותר וכדומה.

כדרכם של וויכוחים אלה, פארגעסט מען על הרוב קלאר צו מאכען וואס מיינט מען בכלל ראסיזם און וויאזוי זענען פארשידענע טענות ומענות רעלעווענט צו דער נקודה וואס איז שלעכט אדער גוט דערמיט.

לאמיר פראבירען צו טיילען קודם די הגדרה פון די מאראלישקייט. דער ווארט ראסיזם צייכנט אן עפעס וואס האט מיט ראסע, אבער די מאראלישע פראבלעם וואס עס איז דא דערמיט האט מיט ראסע גארנישט. דאס גייט ביידע וועגן. עס קען זיין אז עס זענע פארהאן לעגיטימער מציאותער ווי ראסע שפילט א ראלע, למשל אז א געוויסער קבוצה האט געוויסע גענעטישע באשטאנדטיילען וואס זענען אנדערש ווי א צווייטער, דאס מיינט נישט אז ווער עס זאגט דאס איז א ראסיסט. די זעלבער פארקערט, עס קען זיין איינער זאל זיין א ראסיסט, במובן וואס ער פירט זיך אויף א ראסיסטישער אופן, טראץ דעם וואס עס איז נישט באזירט אויף ראסע בכלל נאר אויף א געוויסע מנהג, אדער סיי וועלכער זאך.

אלזא, וואס איז בעצם דער פראבלעם מיט ראסיזם וואס מען רעדט וועגן? דאס קלאר מברר צו זיין וועט מען דארפען צוריקגיין מחליט זיין וואס איז בכלל די יסוד פון מאראלישקייט וכו', וואס קאמפליצירט דא שטארק די נושא, איז וועט מען מוזן אביסעל מדלג זיין אויף דיי אמתע יסודות און אננעמען געוויסע הנחות און יסודות מיט א פשטות. ווי איך פארשטיי, איז דא צוויי עיקר נקודות פארוואס ראסיזם איז אוממאראליש. איינס איז עס איז נישט יושר'דיג (fair), און צוויי איז ווייל עס איז פוגע אין כבוד האדם.

לאמיר א משהו צונעמען, עס איז א פשוט'ע אינטואיציע פון מאראל אז מען מוז זיין יושר'דיג. מ'קען אסאך חוקר זיין וואס איז יושר און גלייך און ווען איז דאס נוגע למעשה, אבער באופן כללי זאגט דאס לגבי א משפט למשל, ווען איך בין דן א מענטש, דארף איך עם דן זיין אויף די שכלדיגע נקודות וואס זענען נוגע דער שיפוט. אויב וויל איך למשל דן זיין אויב איינער איז א גוטער זינגער, דארף איך עם דן זיין לויט זיין כוח הנגינה, על פי כללי חכמת הנגינה. ווען איך בין דן א זינגער לויט וואסארא סארט הויזען ער גייט, איז דאס נישט יושר. וויבאלד ער קומט נישט דא פרעגן אויב ער פארשטייט צו סטיילס פון הויזען, נאר טאמער איז ער א גוטער זינגער. ממילא אויב איז דא א בית דין וואס פסק'נט ווער זינגט שיין טאר דער בית דין נישט אריינעמען אין דער באשלוס קיין שום זאך וואס האט נישט צו זינגען. און טאמער יא, למשל אז א זינגען קאמפעטישין זאל בוחר זיין איין זינגער וועגן די סארט הויזען וואס ער גייט, טוהן זיי אן עוולה. אין זייער אסאך פעלער ווען מען שרייט ראסיזם מיינט מען פשוט דאס. לגבי דעם איז נישט קיין נפקא מינא בכלל אויב האט דאס מיט ראסע אדער מיט סיי וועלכער אנדערער זאך לויט וואס מען קען מחליט זיין. יעדער זאך וואס איז נישט רעלעווענט צו דער נושא אויפ'ן טיש איז נישט קיין יושר אז מ'רעכנט זיך מיט דעם.

דוגמאות אויף דעם איז אן א שיעור, למשל אויב א בעל הבית האט צוויי ארבעטער וואס טוהן די זעלבע ארבעט, און ער צאלט פאר איינער מער נישט ווייל ער טוהט א בעסערע ארבעט נאר ווייל ער האט עם סתם ליב, אדער וויל ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אדער סיי וועלכער זאך, איז דאס נישט קיין יושר. אין יעדער פאל זענען דא אן א סוף תירוצים און חקירות וואס מ'קען חוקר זיין, בעיקר איז דא א חקירה ווער איז עם מחייב זיך צו פירען ביושר, און אז איך האב א ביזנעס ווי מען צאלט די חברה פון מיין חסידות דאפלט פון פרעמדע, אדער וואס איז לכתחילה נאר פאר חברה פון מיין חסידות, ווער איז מיר דען מחייב צו טוהן אנדערש. דאס איז אפשר א טענה, אבער עס מאכט עס נישט קיין יושר. עס איז ווייטער נישט פייר וויאזוי ער צאלט די ארבעטער.

די זעלבע איז פשוט, און לעולם זה בנין אב לכולם, אז עס קומען צוויי מענטשען פאר א בית דין אויף א דין תורה, און דער בית דין פסקנט לטובת איינער פון זיי ווייל ער איז א חבר פון די דיינים, אדער ווייל ער איז אן עושר, אדער ווייל ער האט גוד לוקס, איז דאס פשוט און קלאר אומיושר. און אויף דעם קען מען ברענגען שוין פון גאר אן אלטער טעקסט וואס שרייט לא תכירו פנים במשפט.

יעצט אין די אלע פעלער איז די אומיושר גארנישט קיין נפקא מינה פארוואס ער איז, און צו עס איז א זאך וואס יענער האט בוחר געווען אדער נישט, כל זמן עס איז נישט רעלעווענט צו דער דין תורה. עס איז נישט קיין חילוק אויב איך פסקן לטובתו ווייל די פאות זיינע זענען אונטער די אויער, א זאך וואס ער קען פשוט אין א רגע עס אראפדרייען, אדער ווייל ער איז נעבאך געבוירען מיט נישט קיין שיינעם פנים. ביידע זענען פונקט אזא עיוות הדין.

אויב אזוי, וועט איר פרעגן, פארוואס שרייט מען בכלל אזויפיל "ראסיזם", אויב נישט דאס איז בכלל די נקודה, זאל מען שרייען עיוות הדין. דא קומט אריין אסאך מאל דאס וואס מען רופט באהאלטענע ראסיזם. וויבאלד, אז איין צד גיט שוחד פאר'ן דיין ער זאל פסק'נען לטובתו. איז דאס זייער א קלארע זאך וואס איז גרינג אנצוכאפען און מסביר זיין, און יעדער אנשטענדיגער געזעץ וועט מאכען כללים אז טאמער נעמט א דיין שוחד איז דער דין בטל. וואס איז אבער ביי זאכען וואס זענען פיל מער איידל אדער זעהבאר, ווי למשל זיין א חבר, וכדומה, דא איז אוממעגליך צו מאכען קלארע גדרים, ווייל אסאך מאל וועט דער דיין אליינס נישט וויסען אז די נגיעות זיינע ארבעטן דא, וואס דאן קען ער זיך פסל'ן מלדון, ער איז זיכער דאס איז אן אביעקטיווער פסק. דערווייל איז דא רגליים לדבר אז דער בייעס זיינע רעדט דא. עס איז שווער זיך צו געבן אן עצה מיט די פראבלעם אז א מענשט זאל זיך פירען הונדרעט פראצענט יושרדיג. עס איז אבער כולי עלמא מודי אז טאמער ווייסט מען א געוויסער זאך וואס איז בדוק ומנוסה עס זאל גורם זיין נגיעות, דארף מען מאכען כללים פארמיידען זייערע השפעה.

יעצט האט מען געלערנט און געזעהן, פון אן א סוף ערפארינג און מחקרים, אז איינע פון די שטערקסטע זאכען וואס בייעסען א מענטש זענען וועלכע גרופע באלאנגט איינער. וויבאלד די טבע פון א מענטש איז צו מאכען כללים, מאכט זיך א מענטש זייער שנעל און זייער גרינג כללים ווי אז די מענטשען פון יענער שטאט זענען גנבים, אדער יענער רעליגיע זענען אכזרים, אדער יענער משפחה זענען יענטעס. און אפילו ער באמערקט עס נישט און איז על פי רוב משוכנע עס איז אביעקטיוו, איז דאס גורם אן אומ'יושר. ווייל נאך אלעס זענען דיינע כללים נישט קיין רעלעווענט זאך צו די שאלה וואס שטייט אויפ'ן טיש על פי רוב.

א משל ווי דאס איז קלאר, עס זענען דא צוויי שטעט, ווארשא און לעמבערג. דער לעמבערגער עולם האט אזא מין הנחה אז די ווארשעווער זענען גנבים. מסתם האט דער סטיריאוטייפ א סיבה. יעצט קומען צוויי סוחרים פון די שטעט אן צו'ם בית דין אין לעמבערג, און דער בית דין איז שוין גלייך נוטה אז דער ווארשעווער איז דער גנב. איז דאס אן אומיושר. און אויב זעהן מיר אז דאס שפילט א שטארקע ראלע, ווי למשל אז דער בית דין איז מחייב סוחרי ווארשא אויף א פראצענט פיל מער ווי סוחרי לעמבערג, דארף אן אנשטעדנגיער בית דין מאכען א כלל אז מער איז ער נישט דיין צווישען ווארשא און לעמבערג.

יעצט וויבאלד מיר האבען געלערנט פון היסטאריע אז געוויסע זאכען מאכען א ריזיגע בייעס אויף אלע תחומים, ווי למשל רעליגיע, אדער קאליר פון הויט, אדער דער לאנד פון ווי מען קומט האבען אנשטענדיגע מענטשען געמאכט שטארקע כללים אז מען זאל שטארק זיך נישט רעכענען מיט די סארט זאכען אפילו אויף א פאל ווי עס איז א ספק בכלל אפשר איז דאס יא רעלעווענט, אדער אפשר רעכן איך זיך נישט מיט דעם נאר אביעקטיוו. אפילו דאס איז נישט דער טענה וואס איז רעלעווענט, די טענה איז סתם אז עס איז נישט יושר, אבער אן וויסען דער כלל ווי שטארק א בייעס דאס איז וואלט עס נישט איינגעפאלען אזוי צו טוהן, ממילא מאכט מען א רעש וועגן ראסיזם וכדומה, פשוט מעורר זיין מען זאל משים לב זיין צו דער פראבלעם.

ווייטער איז דא אן א סוף ספיקות ווי איז דא אפשר יא רעלעווענט און פונקטליך ווי יושרדיג מקען מחייב זיין מענטשען צו זיין, און וואס איז מיט לפנים משורת הדין וכו' וכו', אבער איך וויל נאר דער יסוד זאל זיין קלאר.

די צווייטער סיבה פארוואס ראסיזם איז אוממראליש איז אביסעל ווייניגער אינטואיטיב, אבער עס איז אויך א כלל אין פילע מאראלישע טעאריעס. דאס איז דער כלל פון כבוד האדם. איינער פון די יסודות אדער הגדרות פון מאראלישקייט איז זיין א מענטש, און זיך פירען מענטשליך כלפי אנדערע מענטשען. עס איז דא אין דעם פארשידענע הגדרות, אבער דער כלל איז אז יעדער מאל איך האנדל מיט א מענטש, דארף איך געבן דער מענטש דער כבוד אלץ א זעלבסשטענדיגער מענטש, און נישט מזלזל זיין אין עם ווי כאילו ער איז נאר א וועג איך זאל אנפילען מיין צורך, אדער זיך באנוצען מיט עם פאר א צווייטער מטרה.

דאס איז למשל די סיבה פארוואס קנעכטשאפט איז א פראבלעם, ווייל אז איך נעם א מענטש און מאך עם פאר מיין קענכט הייסט דאס אז איך בין עם מוריד פון די דרגא פון א מענטש ביז א חפץ וואס איך נוץ זיך מיט עם און וואס געהערט פאר מיר. אז דו ביסט מיין קנעכט און איך בין גענצליך שולט אויף דיר הייסט דאס איך בין זיך נישט מתייחס צו דיר ווי א מענטש נאר ווי א חפץ. פון דעם איז מסתעף נישט נאר עבדות ממש נאר יעדער כפיה, אויב צווינג איך איינעם צו טוהן עפעס וואס ער וויל נישט, הייסט דאס איך בין נישט מתייחס צו עם אלץ א מענטש א בעל בחירה נאר ווי עפעס א זאך וואס איך בין אויף דעם שולט. אדער יעדער השתמשות שאינו לפי כבודו.

די זעלבע איז אפילו דער איסור רציחה אפילו, בויט זיך נאר אויף דעם. איך האב נישט קיין רעכט אלץ מענטש צו מבטל זיין דער מציאות פון א צווייטער מענטש און עם מאכען אויס מענטש. פון דעם איז מסתעף נישט נאר רציחה ממש נאר אויך בכלל אוועקמאכען א צווייטער, ווי המלבין פני חבירו, וואס דאס הייסט ווייטער איך בין נישט מכבד דער מענטש אלץ מענטש איך "מאך עם אוועק".

דאס איז שוין מער א עצמיותדיגע טענה, און איז נוגע אויף דעם עצם דעה נישט נאר אויף א התנהגות שלא ביושר. דאס איז דער טענה קעגן יעדער סארט ראסאיזם וואס איז דן א מענטש נישט אלץ מענטש פאר זיך נאר אלץ א חלק פון א געוויסער גרופע וואס שטעמפלט עם שוין אפ מראש ווי עפעס. עס פארשטייט יעדער איינער אז עס איז נישט קיין כבוד און עהרע אז איר טרעפט זיך מיט א נייער מענטש עם זאגען שלום עליכם איר זענט דאך א פוילער איר קומט דאך פון ענגלאנד ווי אלע זענען באקאנט אלץ פוילער מענטשען. יעדער פארשטייט אז ווען מען טוהט עס פאר עם איז דאס עם מבזה דאס איז ביסוד צוגענומען פון א מענטש זיין מענטשליכע עהערע און עם דן געווען ווי א זאך וואס איז א תוצאה פון א געוויסער זאך.

למעשה דער כלל גייט פיל טיפער פון הכללות און ראסיזם, עס מיינט אז מען טאר נישט אוועקמאכען קיין שום בריה נישט אפילו ווען ער אליינס האט בבחירתו געטוהן זאכען וואס געפעלט אונז נישט. וויבאלד סוף כל סוף בלייבט ער ווייטער א מענטש. אבער על כל פנים כל שכן וקל וחומר א זאך וואס איז זיך נישט מתייחס צו עם, נאר דאס וואס ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אז דאס איז ביסוד אוועקגעמאכט דער מציאות וכבוד האדם.

ווייטער יש בלי סוף חקירות וחילוקים ושאלות, אבער דער יסוד דארף קודם זיין קלאר. און איך וויל מאכען דא א שמועס טאקע וועגן די יסודות וואס זענען זיי, טאמער האט איינער א צווייטער פשט, אדער דינגט זיך, און נישט אזוי אויף די פרטים למעשה זעלבסט.

ביאור עמוק ונוגע למעשה ביסוד מנהג הפורים רב

שוין, עס איז שוין נאך ראש חודש אדר, מען איז מחוייב זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ווי איך האב געהערט פון מו"ר החפץ בעילום שמו שליט"א, אז פונקט ווי ביי די ליטווישע איז ראש חודש אלול דער הויכפונקט פון יאר, עס פאלט אויף יעדער א ציטער מען מוז זיך נעמען אין די הענט אריין, ממש אזוי דארף זיין ראש חודש אדר ביי א פרייליכער חסידישער איד, וואס ווייסט אז דער יסוד פון עבודת השם איז שמחה, ראש חודש אדר דארף עם צונעמען אלע איברים, און ער האט דאס אפילו מרמז געווען אין די נאמען אדר אז אויף אידיש איז דא מלשון אדער, דהיינו אז דער שמחה פון דער חודש דארף אריינגין אין די אדערען אין די בלוט, און דאס איז דער טייטש משנכנס אדער, ווען עס גייט אריין דער אלקאהאל אין די אדערען, דעמאלטס איז מרבין בשמחה. נאר פריילאך. נאך האב איך געהערט בקבלה, אז פונקט ווי ראש חודש אלול ציטערען די פיש, איז וואס קומט נאך די פיש, די גלעזל בראנפען, איז אין אלול ציטערען טאקע די פיש, אבער אין אדר ציטעט די בראנפען.

איך וויל נישט אפהאלטען דער עולם פון טרינקען, וועל איך נאר קלאר מאכען א קורץ ווארט, וואס איז שטארק נוגע למעשה היינטיגע צייטען, און בפרט דא אויף קאווע שטיבל. עס איז באקאנט דער מנהג ישראל אין כמעט אלע קהילות, אז מען שטעלט א פורים רב משמח זיין דער עולם אין פורים. וואס לכאורה לפום ריהטא איז דאס ממש א מרפסין אדרא'דיגער מנהג, וואס ווען נישט אז מיר האבען מיט די אייגענע אויגען געזעהן ווי מען פירט זיך אזוי ביי די פרומסטע קהילות וואלט מען זיכער געווען דאס איז אן אפיקורסישער מנהג פון די משכילים וואס מאכען חוזק פון דער יסוד פון יהדות וואס דאס איז הנהגת הרבנים הגאונים ואמונת חכמים וצדיקים. נישט נאר דאס נאר פארקערט, עס איז באקאנט וואס צדיקים האבען געזאגט אז דער פורים רב האט א כוח פועל'ן ישועות פונקט ווי א צדיק ממש. וכל זה צריך ביאור רב ועצום.

קלער איך בדרך וודאי זיכער קען מען זאגען אזוי, עס פארשטייט יעדער איינער שיש לו מוח בקדקדו, אז אפילו דער רב דער רבי, דער ראש ישיבה דער מנהיג, איז אויכעט א מענטש, און אוודאי קען ער אויך א טעות האבען, כאשר עינינו רואות. דאך טאר מען נישט חלילה מזלזל זיין אין רבנים מנהיגי ישראל, ווי דער חינוך איז מסביר אין מצוות לא תסור, שלא תעשה תורה כשני תורות, און ווען רבנים פארלירען זייער אוטוריטעיט איז בטלה כל התורה כולה, אבער דאס איז אלץ מצד הדין. דא קומט אריין די מורא'דיגע גאונות פון מנהגי ישראל, כידוע אז מנהגים זענען גרעסער און העכער פון הלכות ודינים, און דער מנהג האט קובע געווען אז אין איינער פון די גרעסטע טעג פון יאר, שטעלט מען אוועק דער לץ פון שטאט, מען טוהט עם אן א גרויסער רעבישער שטריימל, מיט א וויסע בעקיטשע און א זילברענע שטעקען, און מען באקרוינט עם רב. וואס קודם כל, גיט דאס א רמז פאר'ן רב, יא ביסט טאקע א רב און מיר זענען אייך מכבד מיר פאלגען אייך, וויסען זאלט איר אבער, איר זענט נישט מער ווי א לץ מיט א רעבישע שטריימעל. און צווייטענס, גיט דאס א הזדמנות פאר דער לץ דורף דעם וואס ער מאכט נאך פארשידענע ענינים פון דער אמתער רב און אזוי ברמיזה פירט זיך אויס די געהעריגע ביקורת וואס דארף נארמאל זיין אויף יעדער הנהגה.

והמבין יבין, שכ"ז בסוד התגלות בחינת סובב כל עלמין, כידוע שיש בחינת ממלא שבו יש הגדרות וגבולים ומדרגות, ובבחינה זו המון עם מקבל שפעו דרך הת"ח כ"א כפי לקו. ויש בחינת סובב כל עלמין שמחייה הכל בשווה, ולא ניכר שוע לפני דל, וזה בחינת ונהפוך הוא, וזו הבחינה מתנוצצת באחרית הימים ולכן בטלה כבוד התורה ובת קמה באימה כלה בחמותה במהרה בימינו אמן.